Mudcat Café message #4116096 The Mudcat Café TM
Thread #170217   Message #4116096
Posted By: Monique
10-Aug-21 - 07:27 PM
Thread Name: ADD: Songs of Mordecai Gebirtig (1877-1942)
Subject: ADD: Yankele (Mordecai Gebirtig)
"Yankele" Lyrics borrowed from this site (interesting site btw)

               יאַנקעלע

,שלאָף זשע מיר שוין,‏ יאַנקעלע,‏ מייַן שיינער
די אייגעלעך,‏ די שוואַרצינקע מאַך צ,ו
אַ ייִנגעלע,‏ וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך
?מוז נאָך די מאַמע זינגען אייַ־ליו־ליו‏

,אַ ייִנגעלע,‏ וואָס האָט שוין אַלע ציינדלעך
און וועט מיט מזל באַלד אין חדר גיין,‏
און לערנען וועט ער חומש און גמרא,‏
?זאָל וויינען ווען די מאַמע וויגט אים אייַן

אַ ייִנגעלע,‏ וואָס לערנען וועט גמרא,‏
אָט שטייט דער טאַטע,‏ קוועלט און הערט זיך צו,‏
אַ ייִנגעלע,‏ וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם,‏
לאָזט גאַנצע נעכט דער מאַמען נישט צורו?‏

אַ ייִנגעלע,‏ וואָס וואַקסט אַ תּלמיד־חכם,‏
און אַ געניטער סוחר אויך צוגלייַך,‏
אַ ייִנגעלע,‏ אַ קלוגער חתן־בחור
זאָל ליגן אַזוי נאַס ווי אין אַ טייַך?‏

נו,‏ שלאָף זשע מיר,‏ מייַן קלוגער חתן־בחור,‏
דערווייַל ליגסטו אין וויגעלע בייַ מיר.‏
ס׳וועט קאָסטן נאָך פֿיל מי און מאַמעס טרערן
.ביזוואַנען ס׳וועט אַ מענטש אַרויס פֿון דיר