Mudcat Café message #3204194 The Mudcat Café TM
Thread #3140   Message #3204194
Posted By: RunrigFan
08-Aug-11 - 06:17 PM
Thread Name: Lyr Add: Oy Mame, Bin Ikh Varlibt (Yiddish Song)
Subject: RE: Lyr Req: oi mame, bin ich farlibt
http://www.youtube.com/watch?v=OLCYD6kjdG4

װוען ער צעשפּילט זיך אױף זײַן פֿידל
אַ שײן, האַרציק ײִדיש לידל,
אױ, מאַמע, װערט מיר גוט אָן אַ שיעור.
מיט זײַנע שײנע שװאַרצע אױגן
האָט ער דאַן מיר צוגעצױגן
אױ מאַמע, װױל און גוט איז מיר.

און װען ער זאָגט "הײ דו מײדל
ביסט דאָך אזױ ליב און אײדל",
און זײַן שפּילן קריכט אין האַרצן אַרײַן,
װילט זיך טאַנצן, װילט זיך זינגען
אױ גװאַלד, איך װער צושפּרינגען.
אָן אים, אױ, קען איך ניט מער זײַן.

אױ מאַמע בין איך פֿאַרליבט,
אױ מאַמע בין איך פֿאַרליבט
אַ כּליזמר ײִנגל, מאַמע געטרײַע,
ליגט מיר נאָר אין זין
איך װײן און לאַך און װײס ניט, מאַמע
אױף װעלכער װעלט איך בין.

אױ מאַמע בין איך פֿאַרליבט
אױ מאַמע בין איך פֿאַרליבט,
כ'װאָלט די גאַנצע װעלט אַרומגענומען,
און צוגעדריקט צו זיך,
אױ מאַמע בין איך פֿאַרליבט.

When he plays his fiddle
such a nice Yiddish melody,
Oy, mama, I feel so good inside,
With his beautiful black eyes
he steals my heart,
and I am so happy.

And when he calls to me, "Hey Meyd'l,
so loved and gentle"
and his melody creeps into the heart
I want to dance, I want to sing,
Oy, Gevald, I am exploding!
Without him, mama, I cannot live.

Oy, mama, I'm so in love
Oy, mama, I'm so in love
A musician-boy has my heart
My head is in a spin
I laugh and cry and just don't know
What world I'm living in.

Oy, mama, I'm so in love
When I see his smiling face
The whole world I could embrace!
Oy, mama, I'm so in love.